געלטשאפן 2012/איבערזעצונג/אדריאנע וו אפעל

This page is a translated version of the page Fundraising 2012/Translation/AdrianneW Appeal and the translation is 100% complete.

1

יענעם לאנגן ראמאן האט געדוירט ביז יובל צו קאנטשן, אבער כ'האב זיך פארליבט. אין דער פינפטער כיתה, האט מען אונז געגעבן די אויפגאבע צו לערנען אונזערע קלאס חברים וועגן א סוביעקט וואס מיר קענען אויסקלייבן. האב איך געדרשנט וועגן ניינצנטן יארהונדערט ליטעראטור.

הײַנט, האט איר אוודאי געטראפן, בין איך א פראפעסאר אויף ענגליש. אויך טו איך בײַשטײַערן צו וויקיפעדיע, רעדאקטירנדיק ארטיקלען וועגן שרייבער ווי מערי שעלי, די פארפארסערין פון פראנקנשטיין, און דזשיין אסטן, וואס האט געשריבן "שטאלץ און פאראורטל".

ווען איך טראכט וועגן מיין ארבעט אויף וויקיפעדיע, טראכט איך נישט וועגן זיך נאר ווי איינע וואס לייגט צו אינפארמאציע; כ'האלט זיך פאר א לערערין. דורך וויקיפעדיע, פארשפרייט מיין גרייך ווײַט הינטער דעם קלאס. בלויז אין דעם לעצטן מאנאט האט מען באקוקט די וויקיפעדיע ארטיקל אויף דזשיין אסטן מער ווי 115,000 מאל.

אין מיין אוניווערסיטעט, האב איך צוטריט צו אסאך קוואליטאטיווע רעסורסן. אבער רוב מענטשן קענען נישט צוקומען צו די מקורות; זיי ליגן פארבארגן הינטער א באצאל־וואנט. דורך רעדאקטירן וויקיפעדיע, קען איך העלפן פאררעכטן די אומגערעכטיקייט.

כ'האב ליב לערנען. אזוי איז געווען ביי מיר אלעמאל. דערפאר גלייב איך אזוי שטארק אז עס זאל זיין דערגרייכלעך יעדעם איינעם.

איר זענט מסכים? אויב אזוי שליסט זיך איין מיט מיר און שטיצט וויקיפעדיע.

Bio

אדריאנעס פארשונג איז פאקוסירט אויף בריטישן ליטעראטור פונעם 18טן יארהונדערט.ווי א פאסטדאקטאראט פאר דיגיטאלן לערנען און פארשונג, העלפט זי אויך אירע קאלעגעס זוכנדיק נייע וועגן צו אינטעגרירן וויקיפעדיע אין זייערע קלאסן.