וויקימעדיע פונדאציע וואלן 2013
The election ended 22 June 2013. No more votes will be accepted. The results were announced on 24 June 2013. |
פראצעס
די 2013 וויקימעדיע פונדאציע וואלן וועלן פארקומען פון 8-22 יוני 2013. מיטגלידער פון דער וויקימעדיע געמיינדע האבן די געלעגנהייט צו וויילן קאנדידאטן פאר דריי שטעלעס:
- דריי קאנדידאטן פארן קוראטאריום צו דינען א קאדענץ פון צוויי יאר ביז 2015. דער קוראטאריום איז די אויבערשטע אויטאריטעט פון דער וויקימעדיע פונדאציע, א 501(c)(3) נישט ־פאר־ריווח ארגאניזאציע איינגעשריבן אין די פאראייניגטע שטאטן. וויקימעדיע פונדאציע וויקימעדיע פונדאציע פארוואלטעט א סך פארשידענע פראיעקטן ווי וויקיפעדיע און קאמאנס.
- צוויי קאנדידאטן פארן געלט אויסטיילן קאמיטעט פונעם קוראטאריום צו דינען א קאדענץ פון צוויי יאר.
- איין קאנדידאט וןי דער געלט אויסטיילן קאמיטעט אמבודסמענשט צו דינען א קאדענץ פון צוויי יאר.
די וואלן ווערן געהאלטן ניצנדיק די SecurePoll ווייכווארג. די שטימען זענען געהיים, און קיינער פונעם וואלן קאמיטעט, פונעם קוראטאריום, אדער נארוועלכער פון דער וויקימעדיע פונדאציע האט נישט קיין צוטריט צו זיי. דער קאדירונג שליסל פאר די וואלן ווערט געהאלט ביי אן אומאפהענגיקער דריטער האנד; ווען אקטיווירט הערט זיך אויף די וואלן. געוויסע פערזענלעך אידענטיפיצירבארע דאטן וועגן וויילער (למשל, IP אדרעס, באניצער אגענט, און נאך אזעלכע דאטן וואס מ'קען באקומען מיטן Checkuser-געצייג) קענען זען א פאר אויסגעקליבענע מענטשן וואס רעווידירן און ציילן די וואלן (דער וואלן קאמיטעט). וויילער געבן אריין שטימען מיט א שטיץ/נייטראל/קעגן סיסטעם. מען ציילט די שטימען און די קאנדידאטן וועלן ווערן גראדירט לויטן פראצענט פון שטיץ, דעפינירט ווי די צאל שטיץ שטימען פאר א קאנדידאט צעטיילט מיט דער טאטאלער צאל שטימען יענעם קאנדידאט (אויסשליסנדיק "נייטראל"ע פרעפערענצן). די קאנדידאטן מיטן העכסטן פראצענט פון שטיץ וועט מען זיי רעקאמאנדירן צום קוראטאריום פאר נאמינאציע.
דער וואל־קאמיטעט וועט מודיע זיין די אויסקומפט דעם 28סטן יוני 2013 אדער פריער. רעזולטאטן מיט אלע פרטים וועלן זיין פאראן.
אינפארמאציע פאר וויילער
באדערפענישן
- רעדאקטארן
איר קענט שטימען פון איין איינגעשריבענער קאנטע וואס איר האט אויף א וויקימעדיע וויקי. איר מעגט שטימען נאר איין מאל, אפילו ווען איר האט א סך קאנטעס. צו ווערן בארעכטיקט, דארף די קאנטע נישט זיין בלאקירט אויף מער ווי איין פראיעקט; און
- נישט זיין בלאקירט אויפן פראיעקט וואו איר וויילט דארט; און
- נישט זיין א באט; און
- האט געהאט געמאכט כאטש 300 רעדאקטירונגען פארן 15טן אפריל 2013 איבער וויקימעדיע וויקיס (רעדאקטירונגען אויף עטלעכע וויקיס קען מען ציילן צוזאמען ווען אייערע קאנטעס זענען פאראייניקט אין א גלאבאלער קאנטע); און
- האט געמאכט מינדסטנס 20 רעדאקטירונגען צווישן דעם 15טן דעצעמבער 2012 און דעם 30סטן אפריל 2013.
- אנטוויקלער
אנטוויקלער זענען בארעכטיקט צו שטימען ווען זיי:
- זענען וויקימעדיע סארווער אדמיניסטראטארן מיט שעל־צוגאנג;
- אדער האבן קאמיט־צוגאנג און האבן געמאכט כאטש איין צונויפגעגאסענעם קאמיט אין git צווישן דעם 1טן מיי 2012 און דעם 30סטן אפריל 2013.
- שטאב און קאנטראקטארן
לויפיגע וויקימעדיע פונדאציע שטאב און קאנטראקטארן זענען ראוי צו וויילן אז זיי זענען באשעפטיקט ביי דער פונדאציע זייטן 30סטן אפריל 2013.
- מיטגלידער פון קוראטאריום און עצה־ראט
לויפיגע און געוועזענע מיטגלידער פונעם קוראטאריום און דעם עצה ראט זענען ראוי צו וויילן.
אינפארמאציע פאר קאנדידאטן
אלע קאנדידאטן מוזן דערפילן די באדינגונגען פאר וויילער, ווי אויך די ראלע־ספעציפישע באדערפענישן. "מערפאכיקע קאנדידאטורן זענען אסור."
- קליקט דא פאר אינפארמאציע וועגן קוראטאריום קאנדידאטן
- קליקט דא פאר געלטטיילן קאמיטעט קאנדידאטן
- קליקט דא פאר געלטטיילן קאמיטעט אמבודסמענטש קאנדידאטן
ארגאניזאציע
צייטליניע
- 24 אפריל –17 מיי 2013: קאנדידאט פארשלאגן
- 17 מיי 2013: טערמין צו שיקן אידענטיט באווײַז (איינגעבנס וואס קומען אן שפעט אדער פעלן וועלן ווערן געפסלט)
- 8–22 יוני 2013: וואלן
- 23–25 יוני 2013: קאנטראלירן די אפשטימונגען
- 28-25 יוני 2013: פארעפנטלעכן די רעזולטאטן
אז איר זענט בארעכטיקט צו וויילן:
- לייענט די קאנדידאט פארשטעלונגען (פארבונדן פון דער רעכטער זייט פון בלאט) און באשליסט וועלכע קאנדידאטן איר גייט שטיצן.
- גייט צום וויקי בלאט "Special:SecurePoll" אויף איין וויקי וואו איר זענט בארעכטיקט צו וויילן דארט. למשל, אז איר זענט מערסט טעטיק ביי yi.wikipedia, גייט צו yi:Special:SecurePoll/vote/330. (אויב איר האט דערמעגלעכט פאראייניקטע איינלאגירונג , קענט איר אידענטיפיצירן אייער הויפט קאנטע בײַ Special:CentralAuth.)
- פאלגט די אנווייזונגען.
איר האט נאך פראבלעמען מיט שטימען? קוקט נאך דא